אָט די יידישע ווערסיע פֿון מענדי קאהנען (אױך געקענט װי כּהנא) . ס,איז אַ סך בעסער פֿונעם מקור.
- דאָס ליד באַװײַזט זיך אינעם אַלבאָם „ ייִדיש עקספּרעס“ .
- הערט עס אויף יוטיוב דאָ.
- מענדי קאהן האָט פֿאָרגעשטעלט דאָס ליד אויף דעם אַ ספֿרֿ־פּנים זײַטל , בײַם אָנהייב פֿונעם ווידעאָ.
________________________________________________________
ווען איך קוק אין דײַנע אויגן,
מײַן האַרץ בוםֿ־בוםֿ־בום גיט אַ קלאָפּ.
(„גיט“ דאַרף שטײן אין צװײטער פּאָזיציע.)
מײַנע מחשבֿות אַ רעגן־בויגן,
מײַן מוח אַ טשאָלנט ־ טאָפּ.
איך כאַפּ אַ פֿיבער.
פֿיבער אין פֿרימאָרגן.
פֿיבער ביז שפּעט בײַ נאַכט.
פֿיבער ווען איך חלום.
פֿיבער ווען איך טראַכט.
ווען יעקבֿ האָט דערזען רחלען,
האָט ער אין האַרץ אַ דונער דערפֿילט,
אָבער אין דער פֿרי ווען ער האָט זיך דערזען מיט לאהן,
האָט ער שױן אײן מאָל אַ פֿיבער געשפּירט.
ער האָט געכאַפּט אַ פֿיבער.
פֿיבער — ס׳קאָכט דער מוח
פֿיבער — פֿײַער־פֿלאַם.
פֿיבער — ס׳גייט אַ רויך.
(„רױך“ פֿונקציאָנירט אי אינעם פּשט־באַטײַט אי אינעם קאָמישן אױסדרוק „עס גײט אַ רױך“—דאָס הײסט, ענינים גײען גאָר גיך, מע קאָכט אױף צרות. אָבער, צוזאַמען מיט דער קומעדיקער שורה, „רױך“ איז אױך אַ כּמעט־קאַלאַמבור אױף „רוח“ אין דער קללה „אַ רוח אין דײַן טאַטנס טאַטן אַרײַן“.)
אַ פֿיבער אין אײַער טאַטן אַרײַן!
ווער סע לערנט אַ בלאַט גמרא,
(„סע“ איז אַ פּנים איבעריק דאָ.)
באַקומט אין שטערן אַ מאָדנער קנײטש.
(„מאָדנער“ דאַרף זײַן „מאָדנעם“ צי „מאָדנע“.)
(„באַקומט“ באַטײַט „קריגט“ אָבער אױך „שטעקן זיך אָן מיט“, געזאָגט פֿון אַ מחלה.)
זוך צו טרעפֿן פאַר די וועלט אַ סבֿרה.
(„די“ דאַרף זײַן „דער“.)
וועסטו שוין וויסן גוט פון פֿיבער דער טײַטש.
(„דער“ דאַרף זײַן „דעם“.)
אַ וואָס הײסט פֿיבער.
(דאָס ערשטע װאָרט אָדער קלאַנג איז נישט קלאָר.)
(„הײסט“ האָט דעם פּשט־באַטײַט אָבער איז אױך אַ כּמעט־קאַלאַמבור אױף „הײס“, װי פֿיבער.)
יעדער איינער האָט אַ פֿיבער;
דאָס איז גאָר קיין חידוש נישט.
פֿיבער ס׳איז אַן אַלטע מעשׂה.
גיב נאָר אין חומש אַ מיש.
זומער אַז דו ווילסט זיך דערקוויקן,
גיי כאַפּ אַ קיל ווינטל אויפֿן דאַך,
אָבער טאָמער דו דערזעסט בתשבֿע,
מ׳ קען זאָ גן תהילים; ס׳וועט נישט העלפֿן קיין סך.
ס׳כאַפּט דיך אַ פֿיבער.
פֿיבער! דו צעגייסט זיך. פֿיבער פֿון קאָ פּ ביז פֿיס.
פֿיבער, אוי ס׳איז ביטער, פֿיבער ס׳איז צוקער־זיס.
אָדם און חווה אין גן־עדן,
האָבן זיך מיט ליבע און מיט עפּל געשפּילט.
חווה האָט זיך נאָר וואָס דערוואַרעמט,
האָט גאָט־ברוך־הוא זיי געוויזן די טיר.
ר׳האָט געכאַפּט אַ פֿיבער.
פֿיבער — כּבֿיכול,
(ֿ„כּבֿיכול“: מע טאָר נישט זאָגן אַז גאָט האָט אַ פֿיבער, נאָר „כּבֿיכול“ האָט ער אַ פֿיבער, עלעהײ ער קען טאָן װי אַ מענטש.)
פֿיבער — פֿײַער־פֿלאַם,
פֿיבער — אוי אַ רחמנות!
פֿיבער איז אין די וועלט אַרײַן.
(„די“ דאַרף זײַן „דער“.)
(די שורה האָט צװײ באַטײַטן: די אידיאָמאַטישער באַטײַט אַז פֿיבער האָט נישט קײן ציל, און דער אַנדעער באַטײַט, אפֿשר מדרשדיק, אַז פֿיבער איז צום ערשטן געקומען אין דער װאַלט מחמך דעם אַז גאָט האָט געכאַפּט פֿיבער.)